וואס איז יאפפעד
׳יאפפעד׳ איז אוועקגעשטעלט געווארן מיטן ציל אז חסידישע תלמוד תורה׳ס און ישיבות זאלן געבן פאר זייערע תלמידים די כלים צו מצליח זיין אין לעבן דורך לערנען וויכטיגע אלגעמיינע לימודים ווי ענגליש, רעכענען, וויסנשאפט, סאוציאלע שטודיעס, געאגראפיע און נאך טעמעס וואס זענען וויכטיג פאר זייער עתיד. און אז די לימודים ווערן גענומען ערנסט און ווערן געלערנט טעגליך דורך ערפארענע און קוואליפיצירטע לערערס.
דער ארגאניזאציע איז געגרונדעט געווארן דורך תלמידים פון היימישע ישיבות, און עלטערן וואס האבן קינדער אין מוסדות התורה. לימוד התורה איז ביי אונז זייער חשוב, דער ציל איז ח״ו נישט אוועקצונעמען פון לימודי קודש. די טענה אז דאס וועט אוועקנעמען פון לימוד התורה איז נישט ריכטיג. די רעגירונג פארלאנגט פון די מוסדות צו לערנען נישט מער ווי דריי אדער דריי און א האלב שעה לימודי חול, וואס איז א קליינע חלק פונעם אנגעפולטן סדר היום פון א חסידישע ישיבה תלמיד.
׳יאפפעד׳ שטרעבט צו זעהן א חסידישע געמיינדע ווי יעדע תלמיד, חוץ פון לערנען די תורה הקדושה, וועט אויך לערנען לימודי חול אויף א הויכע שטאפל וואס וועט זיי ערמעגליכען שפעטער צו האבן א גוטע פרנסה, אויסהאלטן זיך און די משפחה און אזוי פארזיכערן די עתיד פונעם יהדות החרדית אין אמעריקא.
ליידער איז די מציאות היינט נישט אזוי. רוב מוסדות התורה, בפרט נאך די בר מצוה, לערנען נישט קיין אלגעמיינע לימודים מיט די קינדער, און אפילו ביי די יונגערע קינדער זענען די לימודים צו ווייניג און ווערן נישט גענומען מיט די ריכטיגע ערנסטקייט און וויכטיגקייט.
אבער עס איז דא האפענונג, מען קען עס טוישען און טון וואס איז ריכטיג. די מיידל שולעס און אויך געציילטע ישיבה קטנה׳ס לערנען לימודי חול ערנסטערהייט און זיי זענען נישט ווייניגער פרום דערוועגן. די עלטערן וואס שיקן אין אונזערע מוסדות זענען נישט צופרידן מיט׳ן סטאטוס-קווא. די סיבה פארוואס עס גייט שוין אזוי אן פאר יארן איז וויבאלד געוויסע פירער פון די מוסדות האבן א פערזענליכע אינטערעסע אז דאס זאל אזוי בלייבן.
׳יאפעד׳ איז דא צו דינען אלץ א קול קורא במדבר און אדוואקאט פאר אט די קינדער קעגן די וועלכע גזל׳ן זייער צוקונפט, און פאר די טויזנטער עלטערן וואס האבן מורא ארויסצוקומען אפען עס פארלאנגען פון די מוסדות התורה וויבאלד עס קען זיי ברענגען פראבלעמען אין די קהילה.
אויב ווילט איר אנטיילנעמען אין אונזער עבודת הקודש פארבינדט זיך מיט אונז דורך בליץ-פאסט info@yaffed.org אדער ביי טעל. 646-350-0075
אייער מיינונג איז חשוב פאר אונז, און ווערט גענומען מיטן פולסטען ערנסטקייט און מיר פארזיכערן אייך אז דאס וועט ווערן געהאלטן שטרענג קאנפידענשל.
מיר ווילן הערן אייערע מיינונגען און רעיונות ווי אויך סיי וואס איר שפירט קען זיין בייהילפיג צו אינזער מערכה פאר די קומענדיגע דורות פון כלל ישראל.